יידיש – Yiddish / Jiddisch

 דער אָנהייב

די אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג איז אַ מלוכישע אינסטאַנץ, וואָס איר הויפּט־אויפֿגאַבע איז צו עקזאַמענירן אַפּעלאַציעס איבער באַשלוסן פֿון דער צענטראַלער קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג (CSN) אין שײַכות מיט דער צוטיילונג און מאָן־פּראָצעדורן אויף צוריקצאָלונג פֿון לימודים־אונטערשטיצונג.
די אַרבעט פֿון דער אינסטאַנץ ווערט געריכט לויטן געזעץ פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג (1999:1395), די תּקנות פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג (2000:1348) און די דירעקטיוון פֿאַר דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג.
אויפֿן וועבאָרט פֿון דער אינסטאַנץ קען מען געפֿינען, צווישן אַנדערע, אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אינסטאַנץ, די באַשלוסן איבער וועלכע עס איז מעגלעך אַרײַנצוטראָגן אַן אַפּעלאַציע, און דעם אופֿן ווי דאָס צו טאָן. דאָס וועבאָרט שטעלט אויך פֿאָר אַ ריי אורטיילן אָנגענומענע דורך דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע, ווי אויך אָנווײַזונגען ווי אַזוי זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט דער אינסטאַנץ.
וועגן דער אינסטאַנץ
די אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג ציילט אין איצטיקן מאָמענט אַרום צוואַנציק אָנגעשטעלטע און געפֿינט זיך אין Härnösand. אירע ביוראָען זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער צוגרייטונג און באַהאַנדלונג פֿון די פֿאַרשיידענע פֿאַלן.
די אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג באַהאַנדלט אַרום 7000 פֿאַלן אַ יאָר. די אינסטאַנץ פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערן אָפּצווײַג פֿאַר באַשלוסן – דער באַשליס־קאָמיטעט, וועלכער פּסקנט אין עיקרדיקערע און וויכטיקערע פֿאַלן. אין די מערסטע פֿאַלן פּסקנט דער דירעקטאָר אָדער דער וויצעדירעקטאָר פֿון דער אינסטאַנץ.
די אויפֿגאַבע פֿון דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג איז צו עקזאַמענירן אַפּעלאַציעס איבער באַשלוסן פֿון CSN אין שײַכות מיט דער צוטיילונג פֿון אַ לימודים־אונטערשטיצונג אָדער מאָן־פּראָצעדורן אומצוקערן אַזאַ אונטערשטיצונג.
די אַפּעלאַציע־קאָמיסיע איז די העכסטע אינסטאַנץ אין אַזעלכע פֿאַלן, און דעריבער קען נישט געמאָלט זײַן קיין אַפּעלאַציע איבער די באַשלוסן פֿון דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג.
דער באַזונדערער באַשליס־קאָמיטעט האַלט אָפּ אַרום 8 זיצונגען אַ יאָר. דער קאָמיטעט נעמט אַרײַן דעם דירעקטאָר פֿון דער אינסטאַנץ, אַ פֿאָרזיצער, אַ וויצעפֿאָרזיצער און נאָך פֿינף מיטגלידער. דער דירעקטאָר פֿון דער אינסטאַנץ, דער פֿאָרזיצער און דער וויצעפֿאָרזיצער זענען געוויינטלעכע ריכטער; צוויי פֿון די איבעריקע מיטגלידער זענען יוריסטן; נאָך צוויי זענען באַזונדערש באַהאַוונט אין די לעבנס־באַדינגונגען פֿון סטודענטן; און דער לעצטער פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערע אויסשולונג אין די ענינים פֿון דער דערציִונג־סיסטעם. יעדער מיטגליד האָט אויך אַ פֿאַרטרעטער.
אַפּעלירן
ווער מעג אַרײַנטראָגן אַן אַפּעלאַציע?
בלויז ווער עס איז אַ נוגע־בדבֿר, זײַנער אַ פֿאָרשטייער, אָדער, אין געוויסע פֿאַלן, זײַן אַפּוטרופּס, האָבן דאָס רעכט צו אַפּעלירן קעגן אַ באַשלוס. נאָך אַ באַדינג איז, אַז דער באַשלוס זאָל סותר זײַן דעם וווּנטש פֿון דעם אַפּעלאַנט.
 איבער וואָס קען מען אַפּעלירן
נאָך אַ באַדינג איז, אַז דער באַשלוס זאָל זײַן צווישן די, קעגן וועלכע מע מעג אַפּעלירן. מע קען נישט למשל אַפּעלירן קעגן:
–          אַן אינפֿאָרמיר־הודעה וואָס דער CSN שיקט אַרויס נאָך איידער עס ווערט אָנגענומען אַ באַשלוס,
–          אַן אַרויסזאָג פֿון CSN לגבי אַ מאָן־פּראָצעדור אויף פֿאַרגיטיקונג, אָדער
–          פֿראַגעס אַרום אַן אָפּצאָל־פּלאַן, אַן אָפּצאָל־אָפּלייג, וכדומה. אין שײַכות מיט דעם דאַרף מען דערמאָנען די דערקלערונג פֿון דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע, אַז פֿאַקטיש קען נישט געמאָלט זײַן קיין באַשלוס אָפּצושטעלן אַ מאָן־פּראָצעדור אויף צוריקצאָלונג.
עס איז אויך נישט מעגלעך צו אַפּעלירן קעגן קיין שום באַשלוס פֿונעם CSN דורך דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע. אַנשטאָט דעם, קען מען אַרײַנטראָגן אַן אַפּעלאַציע קעגן אַ באַשלוס אין פֿראַגעס פֿון געוויינטלעכע צוריקצאָל־פּראָצעדורן בײַם אַדמיניסטראַטיוון געריכט.
אַפּעלאַציע
די אַפּעלאַציע מוז פֿאָרמולירט ווערן שריפֿטלעך און מע מוז אין איר דערקלערן איבער וועלכן באַשלוס מע אַפּעלירט און וואָס גענוי דער אַפּעלאַנט וואָלט געוואָלט בײַטן אינעם באַשלוס.
עס איז אויך געוווּנטשן אָנצוגעבן אין דער אַפּעלאַציע:
דאַטע פֿונעם באַשלוס
נאָמען
אידענטיטעט־נומער
אַדרעס
טעלעפֿאָן־נומער
קעשעפֿאָן־נומער
בליצאַדרעס
צו דער אַפּעלאַציע קען מען צולייגן באַגלייט־מאַטעריאַלן ווי אַטעסטאַציעס, צייכנס־רשימות, צי וועלכע נישט איז אַנדערע דאָקומענטן וואָס האָבן אַ שײַכות צום ענין. עס איז נישט נייטיק אַרײַנצוגעבן נאָך אַ מאָל אַזעלכע דאָקומענטן וואָס געפֿינען זיך שוין אין דער טעקע בײַם CSN.
אין פֿאַל ווען דער אַפּעלאַנט איז אַ מינדער־יעריקער, דאַרף ער אָנגעבן דעם נאָמען און אַדרעס פֿון זײַן פֿאָרשטייער. אין פֿאַל ווען אַ דערוואַקסענער קומט אָן צו אַ פֿאָרשטייער, דאַרף ער מיטשיקן אַ באַפֿולמעכטיקונג אויפֿן נאָמען פֿון דעם פֿאָרשטייער.
די אַפּעלאַציע דאַרף אַרויסגעשיקט ווערן צום CSN ביז דרײַ וואָכן נאָך דעם ווי דער סטודענט האָט דערהאַלטן די באַשלוס־מודעה.
די אַפּעלאַציע דאַרף געשיקט ווערן אויפֿן אַדרעס:
CSN
Box 488
631 06 Eskilstuna
ווי נאָר עס קומט אָן אַן אַפּעלאַציע איז דער CSN מחויבֿ אָנצונעמען אַ שטעלונג לגבי דער פֿראַגע צי עס איז פֿאַראַן אַ גרונט צו בײַטן דעם באַשלוס, לויט די אָנווײַזונגען פֿון אַדמיניסטראַטיוון געריכט. אויב דער CSN בײַט נישט זײַן באַשלוס, ווערט די אַפּעלאַציע איבערגעשיקט צו דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג, אין איינעם מיט די שייכדיקע דאָקומענטן.
באַהאַנדלונג פֿון אַ פֿאַל בײַ דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג
ווען עס דערגייט אַ פֿאַל צו דער אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג פֿונעם CSN, ווערט ער רעגיסטרירט און דער שייכדיקער אָנגעשטעלטער פֿון דער אינסטאַנץ גיט זיך מיט אים אָפּ. דער אַפּעלאַנט קריגט צוגעשיקט אַ באַשטעטיקונג אַז זײַן אַפּעלאַציע איז ווי געהעריק דערגאַנגען צו דער אינסטאַנץ, ווי אויך צוגאָב־אינפֿאָרמאַציע וועגן די מעגלעכקייטן זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט. אַ מאָל ווערט אויך צוגעלייגט דער בריוו פֿון CSN אין וועלכן עס ווערט דערקלערט זײַן שטעלונג לגבי דער אַפּעלאַציע. דער בריוו ווערט אין יעדן פֿאַל צוגעשיקט דעם אַפּעלאַנט כּדי ער זאָל זיך קענען אָפּרופֿן אויף דער שטעלונג פֿון CSN איידער די אַפּעלאַציע־קאָמיסיע פֿאַר לימודים־אונטערשטיצונג גיט אַרויס איר פּסק. דער אַפּעלאַנט קען שיקן אַ בריוו צי אַ בליצבריוול דער קאָמיסיע כּדי פֿאָרצושטעלן זײַן קוק.
דער באַשלוס ווערט אָנגענומען אָדער דורכן דירעקטאָר פֿון דער אינסטאַנץ, אָדער דורכן וויצעדירעקטאָר פֿון דער אינסטאַנץ אָדער דורך דעם באַשליס־קאָמיטעט.
נאָך דעם ווי דער באַשלוס איז אָנגענומען געוואָרן ווערט דער פּסק צוגעשיקט דעם אַפּעלאַנט און דער CSNקריגט דערפֿון אַ קאָפּיע, כּדי דורכצופֿירן דאָס וואָס איז באַשלאָסן געוואָרן.